Shas-A-Thon - The Entire Shas in One Day Under One Roof

Amrom Herzog
Moshe Herzog
סנהדרין
מדף כג. עד דף לא:
מפרק ג' עד סוף פרק ג'

יישר כח פאר"ן אריינבליקן אין אונזער בלעטל... יעצט אויב האט איר נאך א מינוט ביטע ליינט ווייטער...

שלום וברכה וכל טוב!

ווי איר זעט, האבן מיר זיך צום צווייטן מאל אנגעשלאסן צו נעמען א חלק אין די יערליכע היסטארישע "סיום הש"ס" וואס ווערט אנגעפירט דורך "עי טיים - דורות מבורכים" וואס ווי באקאנט העלפן זיי הונדערטער היימישע קאפלס וואס מוטשענען זיך אויפצושטעלן אידישע דורות.

פארוואס האבן מיר זיך אנגעשלאסן?

1)       ווייל אונז האבן א פערזענליכע שטארקע געפיל פון הכרת הטוב פאר "עי-טיים" נאכ"ן מיטהאלטן פון דער נאנט א שיינע פאר פעלער ווי זיי האבן שטארק ארויסגעהאלפן מיט געלט, חיזוק, עצות, פראדוקטן, וכו" וכו" ואין כאן המקום להאריך.

2)       ווייל אונז ווילן האבן א חלק אין אזא רוחניותדיגע צאמקום ווי 291 אידן וועלן זיך צאמנעמען "כאיש אחד בלב אחד" און ענדיגן גאנץ ש"ס! אונטער איין דאך! אין איין טאג! וואס דאס איז א מחזה הוד, וואס מאכט זיך נישט אפט!...

3)       ואחרון,,, פשוט! נאכ"ן אויספרובירן איין מאל און  זען אז ס"איז נאך בעסער ווי אונז האבן זיך געראכטן... מעין עולם הבא אין א וואכן טאג...

וואס מיינט דאס פאר אונז?

1)       זיך פארקוקן און לערנען און חזר"ן די 9 בלאט אין מסכת סנהדרין פרק ג". און דאס גוט קענען, צו זיין גרייט דאס צו קענען איבערלערנען אין בערך 6 שעה.

2)       צאמשטעלן די מינימאלע סכום פון 5,200$ אין די קומענדיגע וואך, פון אונזערע ידידים און קרובים אזוי ווי דיר...

3)       קומען אין דעם באשטומטן טאג, קומענדיגן זונטאג פ" משפטים - כ"ג שבט, אין דעם "אשען וויו האטעל" ווי 291 אידן וועלן צוזאמען ענדיגן ש"ס.

וואס מיינט דאס פאר אייך?

1)       אונז ארויסהעלפן מיט א נתינה"לע, 5$, 10$, 18$, 26$, 36$, 50$, 72$, וכו" וכו" [ווי מער אלס בעסער אבער יעדע דאללער מאכט א גרויסע נפק"מ].

יעצט אז איר ווילט ארויסהעלפן די הונדערטער קינדערלאזע קאפל"ס און געבן א נתינה"לע, ווי אזוי?

1)       מיט א קרעדיט קארטל דא אויף דעם בלעטל [ די גרינגסטע און שנעלסטע].

)       דורך מיר טרעפן פערזענליך און געבן קעש, טשעק, קיופאנס, קרעדיט קארד וכו"... בקיצור, כסף או שוה כסף...

4)       אדער שיקן אויפ"ן פאסט צו A Time:  

אין דעם זכות זאלן מיר שוין אלע ווערן אויפגעראכטן מיט וואס מ"דארף, און דער עיקר מיט ביאת משיח צדקינו בב"א

יישר כחכם פאר"ן אוועקגעבן פון דיין טייערע צייט צו ליינען אונזער פערזענליכע ווערטער, מיר האפן צו הערן /זעהן פון דיר בקרוב.

בכבוד הראוי

עמרם און משה הערצאג

Donor Comments:

FUNDRAISING
GOAL
$5,200
$5,200
MONEY RAISED
TO DATE
FUNDRAISING RANK #141
DONATE TO MY GOAL
9 / 9 BLATT ALREADY LEARNED
TODAY'S LEARNING
Scanned: 6:28 PM
סנהדרין דף כ"ח
Scanned: 6:18 PM
סנהדרין דף כ"ז
Scanned: 5:52 PM
סנהדרין דף כ"ו
Scanned: 5:51 PM
סנהדרין דף כ"ה
Scanned: 5:51 PM
סנהדרין דף כ"ד
Scanned: 5:51 PM
סנהדרין דף כ"ג
Scanned: 5:14 PM
סנהדרין דף ל'
Scanned: 4:56 PM
סנהדרין דף ל"א
39 DONORS
My Fundraising History:
Shasathon
Amount
Slot

 

ATIME Shas-A-Thon       1310 48th Street Suite 406       Brooklyn NY 11219

 

Tel: 718-972-SHAS (7427)   •    Fax: 718-FAX-1234       Email: shas@atime.org